בואי אמא – קום זשע מאַמע
מילים: |
לאה נאור. תרגום ליידיש: יניב גולדברג |
קום זשע מאַמע
ווערטער: לאה נאור
איבערזעצונג: יניב גאָלדבערג
ס'גאַנצע ליכט איז אויס געגאַנגען
גיי נישט אויך פֿון מיר אַוועק
קום זשע מאַמע, קום זשע מאַמע
זיץ אַביסל, מאַך קײַן עק
אויף די ביימער שלאָגן ווינטן
און דײַן האַנט דערוואַרעמט מיך
גיי נישט מאַמע, דערצייל מיר מאַמע
ווי באַשאפט מען טרוימען גיך
אויב א מַלאך וועט דרשײַנען
אין מיין צימער שטיל אַרײַן
קום זשע מאַמע, קום זשע מאַמע
וועסט זיך קוקן אויף אים אײַן
כ'האָב נישט מורא איך דער פֿינצטער
ציטער איך בכלל נישט אויס
קום זשע מאַמע, קום זשע מאַמע
זיץ מיט מיר ביז כ'וועל זײַן גרויס