ביי אונדז אין סוכה – בסוכה שלנו

מילים:   לאה נאור. תרגום ליידיש: יניב גולדברג

ווערטער: לאה נאור
מוזיק: משה ווילענסקי
איבערזעצונג: יניב גאלדבערג

 
ביי אונדז אין סוכה ז'פריילעך
מען זינגט מען טאנצט מען לאכט
אט קומען אלע געסט און
מען פרייט זיך ביז דער נאכט אי אי
 
טאטע מאמע ברידער און א שוועסטער אויך
די מומע מיט דער פעטער וואס טראגט מיט זיין בויך
א מיידל מיט א קליידל אזוי שיין און פיין
אריינגעשטופט ז'דער ווינט אין סוכה וויל אריין
 
א רונדלעכע לבנה צווישן בלעטער בליקט
שיקט א שטראל אין סוכה אויף צו מאכן גליק
די באבע מיטן זיידן שמייכלען מיט א לאך
זיי האבן מיט געבראכט עפעלעך א סך
 
א פייגעלע א זינגער זינגט און פייפט גאר שיין
צוויי פלעטערלעך מיט פליגל ס'איז דאך גאלד און ריין
די זונענשטראלן חוצפעדיק זיי פרעגן נישט
מאכן מיר מטבעות פון פרייד פון שיין און גליק
 
צווישן די סכך בלעטער בליקן שטערנס אויך
חשובע געסט זענען צו מיר פון דער הויך
מיר איז גוט און פיין די אלע געסט צו זען
דער גאנצער יום טוב איז אין סוכהלע מיט חן